מעמד 'ברכת השנים' פאר ילדי חסידי ערלוי בראשות האד' מערלוי | גאלעריע‎

זונטאג פ' האזיני • כ"ו אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש


הונדערטער תינוקות של בית רבן פון די תלמודי תורה דחסידי ערלוי האבן זיך דעם דאנערשטאג פארזאמלט אין קרית מלך רב בחצר הקודש ערלוי אין די קטמון געגנט אין ירושלים אויף א מעמד 'ברכת השנים' אין שפיץ פון די רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א.

די מעמד איז פארגעקומען ביי די גרויסע סוכה אינעם היכל התורה 'היכל יעקב שלום', ווי עס האט אויפגעטראטן דער מנהל התלמוד תורה אין ירושלים הרה"ג ר' ישראל גליק וואס האט ארויסגעברענגט די גרויסקייט פונעם מאמענט לחסות בצל הקודש, דאן איז די רבי ערשינען צום מעמד מען האט געזינגען ניגוני ימים הנוראים, די קינדער האבן אינאיינעם געזאגט צוויי קאפיטלעך תהילים לזכותו פונעם רבי'ן, דערנאך האט אויפגעטראטן הרה"ג ר' דוד דוב פרידמאן מנהל תלמוד תורה ערלוי אין בני ברק.

דערנאך האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש פונעם רבי'ן שליט"א איבער די גרויסקייט פון תינוקות של בית רבן, און מעורר געווען איבער רעדן בלויז די אידישע שפראך המסורה לנו מדור דור, און מאציל געווען מברכות קדשו לרוב פאר די ילדי החמד. צום שלוס זענען אלע קינדער דורך אל מול פני הקודש, און די רבי האט פארטיילט געבענטשטע האניג פאר די קינדער און די כלי קודש.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"