דעם דאנערשטאג העעל"ט איז געפראוועט געווארן די בר מצוה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מביאלא בני ברק שליט"א, א זון פון זיין זון הרה"צ ר' ניסן חיים ראבינאוויטש שליט"א ראש ישיבת ביאלא ביאלא בני ברק, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מנדבורנא אלעד שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין ביאלא בית המדרש אין בני ברק אין שפיץ פון די זיידע'ס האדמור"ים שליט"א און פילע רבנים ואדמור"ים קרובי המשפחה.