האד' מסערט וויזניץ באזוכט ביי גיסו האד' מקאסוב וויזניץ לברך ולהתברך צום נייעם יאהר

דאנערשטאג פ' כי תבוא • ט"ז אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש


כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א איז נעכטן אנגעקומען קיין בית שמש אויף א באזוך בקרב חסידיו תושבי העיר, ביים אנקומען אין שטאט איז די רבי אריינגעפארן צו די רמה ג' געגענט אויף א באזוך ביים שוואגער כ"ק אדמו"ר מקאסוב וויזניץ שליט"א, ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס פון זכרונות מימי קדם און מנהגי ימים נוראים, די קאסובער רבי האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און מען האט זיך געוואונטשן צום נייעם יאהר, דערנאך זענען די רבי'ס פארבליבן ביחידות אינאיינעם מיט די שוועסטער הרבנית מקאסוב וויזניץ.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

האד' מבעלזא אפגעראכטן מסיבת שבע ברכות פארן הויז בחור החתן דוד גוטמאן הי"ו

גייסטרייכע מעמד "להחיותינו" אפגעראכטן אין ק"ק מאחנובקא בעלזא אין ירושלים לחיזוק וביסוס הקהילה