האד' מתולדות אהרן באזוכט ביי אחיו הגדול האד' מתולדות אברהם יצחק זיך וואונטשן צום נייעם יאהר

מאנטאג פ' כי תבוא • י"ג אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש


היינט נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך ביי אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א לברך ולהתברך בברכת השנים, די רבי איז אנגעקומען אין באגלייטונג פון בניו הרבנים הגאונים שליט"א, ווי עס איז ביים באזוך ארומגעשמועסט געווארן שיינע ענינים, עניני חודש אלול, וסיפורי צדיקים. ביים ענדע פונעם באזוך האבן זיך די ברידערס האדמור"ים איינגעשפארט ביחידות פאר א משך זמן און דערנאך זיך ווארעם אנגעוואונטשן א גוט געבענטשט יאהר ונפרדו לשלום, נאכן באזוך האט כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א ארויסבאגלייט די רבי שליט"א לרחובה של עיר.

אויך האט היינט באזוכט ביי האד' מתולדות אברהם יצחק, כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א וועלכע איז געקומען מבקר חולה זיין דעם רבי'ן שליט"א, און זיך וואונטשן צום נייעם יאהר.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"