25
מאנטאג פ' כי תבוא • י"ג אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
דעם מוצאי שבת איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען קיין שיכון סקווירא אויף א באזוך ביים שוואגער כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א לכבוד די חתונה פון א דאפלטע איר אייניקל ביים רבי'ן שליט"א וואו דער רבי האט זיך נישט געקענט משתתף זיין ביי די שמחה, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים און איבער פארשידענע מנהגי חודש אלול, כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן שליט"א מיט פירות און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.