מעמד קביעות מזוזה פאר צוויי נייע פראכטפולע חתונה זאלן בבנין הת"ת ד'באבוב אין בארא פארק

דאנערשטאג פ' שופטים • ב' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש‎


דעם מאנטאג נאכמיטאג נאכן זיך אהיימקערן פון די קאנטרי איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א אנגעקומען צום בנין התלמוד תורה החדש אויףדי זעקס און דרייסיגסטע גאס אין בארא פארק, אויף א באשיידענעם מעמד קביעת מזוזות פאר די נייע פראכטפולע אולם 'אהלי פריידא' וואס ווערט נתחנך אין די יעצטיגע טעג לשמחת לב חסידי באבוב. נאכן קובע זיין די מזוזה איז דער רב שליט"א אריין אינעם זאל און זיך אומגעקוקט אויף אלע חלקים אינעווייניג און אויסדרויסן, און אזוי אויך אין די דערנענבנדיגע זאל 'אולם הייטנער' וואס ווערט פארענדיגט אין די יעצטיגע טעג און וועט נתחנך ווערן די קומענדיגע וואך.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

האד' מבעלזא אפגעראכטן מסיבת שבע ברכות פארן הויז בחור החתן דוד גוטמאן הי"ו

גייסטרייכע מעמד "להחיותינו" אפגעראכטן אין ק"ק מאחנובקא בעלזא אין ירושלים לחיזוק וביסוס הקהילה