האד' מבאבוב-45 באזוכט אין זומער חדר דחסידי באבוב-45 אין בארא פארק

מיטוואך פ' ואתחנן • י' אב תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: הילל ל"ש


פאריגע וואך האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א אפגעשטאט א ביקור קודש אינעם זומער חדר דחסידי באבוב 45 אין בארא פארק וויילנדיג אין שטאט לרגל די יארצייט פונעם זיידן הרה"ק רבי שלמה מבאבוב זי"ע, ביים אנקומען האבן די ילדי החמד ענטפאנגען דעם רבי'ן מיט התרגשות בשירה וזמרה ביים שטח פארנט פונעם בנין התלמוד תורה און מקבל געווען את פני הקודש ברחובה של עיר בשירה ובזמרה, די רבי איז צום ערשט אריין אין א זייטיגע צימער בבנין הת"ת ווי אלע קינדער זענען דורך שלום נעמען.

דאן איז די רבי ארויף אינעם היכל בית מדרש הגדול וואו עס איז פארגעקומען די מעמד הקבלת פנים לכבודו פונעם רבי'ן, מען האט געזינגען די ניגון 'ותערב לפניך' פונעם בעל הילולא די פריערדיגער באבובער רב, און די רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש, ארומרענדיג מיט א ליבליכקייט צו די תלמידים הקרויים בנים, מיט דברי הדרכה וויאזוי א באבובער יונגל דארף זיך אויפפירן. דערנאך זענען אלע מחנכים און אלע קינדער דורך ביים רבי'ן באקומען פירות און ארויסבאגלייט דעם רבי'ן מיט גרויס שמחה.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"