שמחת הברית פון אייניקל ביי האדמור"ים מנדבורנה ירושלים און זוטשקא ירושלים

דאנערשטאג פ' מטות מסעי • כ"ו תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: איציק ו.


נעכטן מיטוואך איז פארגעקומען די שמחת הברית פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מנדבורנא ירושלים שליט"א, בן הנולד ביי זיין זון הרב ארון לייב ראזענבוים שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מזוטשקא ירושלים שליט"א, די שמחה איז פארגעקומעו אין נדבורנא ביהמ"ד אויף רחוב עזרא אין ירושלים. 

כ"ק אדמו"ר מדושנסקיא שליט"א איז מכבוד געווארן מיט מוהלות, כסא של אליהו האד' מקעכניא, מהכסא הרה"צ ר' דוד טווערסקי אב"ד ראחמסטריווקא, מיט סנדקאות און ברכות איז מכבוד געווארן די זיידע האדמו"ר מנדבורנה ירושלים און עמידה לברכות די זיידע האדמו"ר מזוטשקא ירושלים, ויקרא שמו בישראל ישכר בער נאכן זיין כ"ק האדמו"ר הרה"ק בעל הבאר יעקב מנדבורנה זי"ע.

נאכן ברית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לכבוד די שמחה וואו דער זיידע האד' מנדבורנה ירושלים האט מכבד געוועהן דער מוהל האד' מדושינסקיא מיט לחיים און מזוזות און עס איז אנטוויקעלט געווארן א שיינעם שמועס צווישן די אדמור"ים ורבנים אויפן אויבן אן.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"