בזמן שהצדיק בעיר • שיינעם באזוך פון האד' מבאיאן ביי האד' מסאדיגורא לאנדאן

דאנערשטאג פ' בלק • י"ב תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש


היינט נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א אנגעקומען צו די גאלדערס גרין געגענט אין לאנדאן אויף א באזוך ביי שאר בשרו כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא לאנדאן שליט"א, ביים באזוך איז ארומגעשמועסט געווארן שיינע ענינים און סיפורים ועובדות פון די רוזשינער צדיקים, דערנאך האבן די רבי'ס געטרינקען לחיים און מען האט זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד, דאן האבן זיך די רבי'ס איינגעשפארט ביחידות א משך זמן, נאכן באזוך האט האדמו"ר מסאדיגורא לאנדאן ארומגעוויזן דעם רבי'ן שליט"א אינעם נייעם ביהמ"ד הגדול דחסידי סאדיגורא לאנדאן ההולך ונבנה לשם ולתפארת און האלט שוין ביי די לעצטע שטאפלען, און וועט בס"ד נתחנך ווערן אין די נאנטע חדשים.

שפעטער באנאכט האט זיך די באיאנער רבי שליט"א משתתף געווען ביים שמחת השבע ברכות פון נכדו החתן וואס איז פארגעקומען בבית מדרשו פונעם זיידן הגה"צ רבי דוד האלפרין שליט"א גאב"ד הענדאן.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"