דעם דאנערשטאג חקת העעל"ט איז כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א אנגעקומען צו מחנה ישיבת סערדאהעלי אין מאנטיסעלא, וואו דער רבי וועט וויילן די קומענדיגע וואכן אויף אפרוה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, נאכמיטאג נאך מנחה איז פארגעקומען א מעמד קבלת פנים לכבודו פון רבי'ן אין די גרויסע שאטער אין קעמפ.