לֵהָנוֹת בָּהֶם בְּנֵי אָדָם • האד' מראחמיסטריווקא ביי ברכת אילנות אין כפר חב"ד

מיטוואך פ' קדושים • ל' ניסן ראש חודש אייר תשפ"ד‎ | בחצרות הקודש

בילדער קרעידט: שוקי לרר

נעכטן נאכמיטאג איז כ"ק האדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א ארויסגעפארן בראש קהל חסידיו צום שטעטל כפר חב"ד נישט ווייט אוועק פונעם לוד לופטפעלד וואו די רבי שליט"א האט כמידי שנה בשנה געמאכט ברכת אילנות, ביים אנקומען האט די רבי שליט"א באטראכט די אתרוגים פרדסים און די בלומען אויף די ביימער און דאן געמאכט די ברכה מיט גרויס התלהבות כדרכו בקודש. צוליב די שפעטע שעה האט מען מקצר געוועהן און נאכן זינגען עטליכע ניגונים איז די רבי שליט"א ארויסגעפארן צום לופטפעלד נישט ווייט אוועק, ארום 6:00 נאכמיטאג האט זיך דעם רבינס עראפלאן געהויבן אויפן וועג קיין שווייץ וואו די רבי שליט"א וועט וויילן די קומענדיגער צוויי וואכן אויף אפרוה.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"