היינט נאכמיטאג ערב יו"ט שביעי של פסח איז כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א אנגעקומען בראש קהל חסידיו אויף א תפילה ביים הר הצופים מול מקום המקדש, לעלות ולראות לכבוד הרגל. די רבי שליט"א איז ארויסגעפארן מיט א ספעציעלער 'ספרינטער ווען' צו פארגרינגערן די נסיעה. ביים אנקומען האט מען געזאגט די נוסח התפילה פון 'מפני חטאנו' און 'מלך רחמן', דאן האט מען געזינגען א רייע ניגוני יו"ט וציפייה לגאולה אין די רבי שליט"א האט זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד אויפן ניגון 'בני ביתך'.