וּשְׁאַבְתֶּם מַיִם בְּשָׂשׂוֹן • האד' מגור ביים שעפן מים שלנו אין מושב מוצא נעבן ירושלים

זונטאג שבוע שחל בו פסח • י"ג ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי ל רר

היינט זונטאג יום בדיקת חמץ איז כ"ק האדמו"ר מגור שליט"א אנגעקומען צום מושב מוצא נעבן ירושלים ווי דער רבי האט מקיים געוועהן דער מנהג פון מים שלנו במעמד פון טויזנטער חסידים. שוין אין די פריע נאכמיטאג שעהן איז דער רבי אנגעקומען אויפן ארט אין אויפגענומען די חסידים מיט קוויטלעך כנהוג אין דעם עת רצון, לעת ערב איז דער רבי ארויסגעקומען אין ארויף אויפן ספעציעלן סטעידזש וואס איז אויפגעטשעלט געווארן וואו די רבי האט געשעפט מים שלנו אין דאן געזאגט תורה. אנקומענדיג צוריק קיין ירושלים איז דער רבי אריינגעקומען אין גרויסן ביהמ"ד אין געדאווענט תפילת מעריב ברוב עם הדרת מלך.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

האד' מבעלזא אפגעראכטן מסיבת שבע ברכות פארן הויז בחור החתן דוד גוטמאן הי"ו

גייסטרייכע מעמד "להחיותינו" אפגעראכטן אין ק"ק מאחנובקא בעלזא אין ירושלים לחיזוק וביסוס הקהילה