הויפט בלאט באריכט האד' מסאדיגורא פארטיילט מצות פאר קהל חסידיו איידערן אפרייזן קיין אנטווערפען אויף יו"ט פסח

האד' מסאדיגורא פארטיילט מצות פאר קהל חסידיו איידערן אפרייזן קיין אנטווערפען אויף יו"ט פסח

געשריבן דורך admin123

מיטוואך פ' מצורע • ט' ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש

אויך דאס יאהר וועט כ"ק האדמו"ר מסאדיגורה שליט"א אפרייזן קיין אנטווערפען ווי דער רבי וועט פראווען דעם יו"ט פסח הבא עלינו לטובה ביים שווער הגה"צ רבי אשר חיים שטערנבוך אב"ד אהל יעקב ודומ"ץ מחזיקי הדת אנטווערפען.

אין די יעצטיגע ערב פסח טעג איז געוועהן ספעציעלער זמני כניסה בקודש פנימה, ווי די רבי האט פארטיילט מצות פאר די חסידים אויף יו"ט פסח כנהוג. היינט מיטוואך וועט דער רבי אנקומען קיין תל אביב וואו די רבי וועט אויפנעמען דעם ציבור און פארטיילן מצות פאר די ארטיגע חסידים.

די רבי וועט פארלאזן ארץ ישראל דעם קומענדיגן דאנערשטאג. אין אנטווערפען וועט די רבי דאווענען אלע תפילות אין די טשארטקובער קלויז אין שטאט, און ביום אחרון של פסח וועט די רבי פראווען דעם נעילת החג טיש ברוב עם הדרת מלך.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00