כ"ק האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א וואס איז צוגאסט די טעג אין אנטווערפען – בעלגיע איז היינט אויפדערנאכט אנגעקומען אויף א באזוך ביי מחותנו כ"ק האדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, די רבי'ס האבן זיך געוואונטשן מזל טוב לרגל די שידוך שליסן די וואך פונעם חתן א אייניקל ביים קרעטשניף סיגוט'ער רבי מיט די כלה א איר אייניקל ביי כ"ק האדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, עס איז ארומגעשמועסט געווארן שיינע ענינים אין מנהגי חג הפסח, און די רבי'ס האבן געטרינקען לחיים לכבוד די שמחה.