האד' מאמשינוב באשיינט שבע ברכות בחצר אמשינוב בית שמש

מוצאי שבת פ' כי תשא • כ"ב אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילחדער קרעדיט: שוקי לרר

פארגאנגענעם דינסטאג נאכט איז כ"ק האדמו"ר מאמשינוב שליט"א אנגעקומען קיין בית שמש וואו די רבי האט מפאר געוועהן בראש השמחה ביי די שבע ברכות פון החתן זוהן פון שאר בשרו כ"ק האדמו"ר מאמשינוב בית שמש שליט"א בשילוב מיטן סעודת הילולא לרגל די יארצייט פון הרה"ק רבי איציקל מאמשינוב זי"ע וואס איז אויסגעפאלן י"ט אדר.

די רבי שליט"א האט מיטגעהאלטן די שמחה א לענגערע וויילע אין ארומגעשמועסט מיטן מחותן די אמשינובער רבי פון בית שמש. די רבי האט געמאכט א לחיים אויף וויין אין נאכן בענטשן געזאגט ברכה אחריתה. נאך די שבע ברכות האט זיך די רבי אויפגעשטעלט אויף א ריקוד אויפן אויבן אן אין א באזונדערע ריקוד מיטן חתן אין די מחותן האד' מאמשינוב בית שמש.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"