האד' ממחנובקא בעלזא באזוכט ביי האד' מסקווירא נאך קורצע באזוך אין ניו יארק

מאנטאג פ' כי תשא • י"ז אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש

נעכטן זינטאג נאכט איידער כ"ק האדמו"ר ממחנובקא בעלזא שליט"א האט פארלאזט ניו יארק אויפן וועג צוריק אהיים קיין ארץ ישראל איז די רבי אנגעקומען קיין שיכון סקווירא אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וואו די רבי'ס האבן זיך געזעגענט בידידות רב, נאכן באזוך וואס האט זיך פארצויגן פאר איבער א האלבע שעה האבן זיך די אדמורי"ם פארשפארט ביחידות פאר א משך זמן.

אויפן וועג צום לופטפעלד איז די רבי אנגעקומען קיין בארא פארק אויף א באזוך ביי הרבנית הצדקנית מראחמסטריווקא תליט"א אשת חבר הרה"ק מראחמיסטריווקא זצוק"ל, אינעם לופטפעלד איז האט זיך די רבי געזעגענט מיט הרה"צ רבי אהרן מענדיל טווערסקי בנו הגדול פון האד' מסקווירא וועלכע איז ארויסגעפארן צום לופטפעלד בשליחותו פון אביו הגדול.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"