הויפט בלאט באריכט האד' מבאבוב-45 באזוכט בקרב חסידיו אין יוניאן לרגל ראש חודש אדר א'

האד' מבאבוב-45 באזוכט בקרב חסידיו אין יוניאן לרגל ראש חודש אדר א'

געשריבן דורך admin123

מאנטאג פ' תרומה • ג' אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אייזיק י.

דעם דאנערשטאג נאכט איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אין די נייע חרדישע יישוב אין יוניאן ניו דזשערסי און אפגעראכטן א מסיבת לחיים לכבוד ראש חודש אינאיינעם מיט קהל חסידיו תושבי העיר. דער רבי איז אנגעקומען אין שטאט אין די נאכט שעות און האט געדאווענט מעריב אין די ארטיגע ביהמ"ד דחסידי באבוב-45. אריינקומענדיג אין ביהמ"ד האבן די חסידים אויסגעבראכן אין פייערליכע טענץ 'ברוך הבא בשם השם', זיינעדיג שטארק מרוגש פונעם רבינ'ס באזוך אין שטאט. נאך מעריב האט דער רבי אפגעראכטן א מסיבת לחיים לכבוד היום און דערביי מכבד געווען דעם פורים רב הרב בנציון יוסף ריינהאלד אויפצוטרעטן מיט דברי בדחנות. דערנאך האט מען זוכה געווען צו הערן דברות קודש פון רבי'ן שליט"א וועלכע האט ארויסגעברענגט רגשי לבבו זעהנדיג די בליה און וואוקס פון די קהלה אין יוניאן און די געוואלדיגע גריסן וואס מ'הערט צוריק פון פילע אידן וואס פראווענען שבתים און ימים טובים אין יוניאן. נאכן מעמד האט מען ארויסבאגלייט דעם רבי'ן בשירה ובזמרה.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00