יום הקודש אריבער מיט גרויס התעוררות אין וויליאמסבורג בצל האד' מסאטמאר | ברייטע דעקונג

דינסטאג וזאת הברכה ב' • י"ג תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: ד.ה.כרם


אויף א געהויבענעם פאַרנעם איז אָפּגעראָכטן געוואָרן דער הייליגער טאָג יום הכיפּורים בצל כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וויילנדיג בקרב ק"ק סאַטמאַר אין וויליאַמסבורג. ערב יום כיפּור אינדערפרי האָט דער רבי שליט"א מקיים געווען דעם מנהג פון כפּרות אין קרית יואל, און האָט מפקח געווען אויף די סדרי השחיטה אינעם בית השחיטה המהודרת, דער רבי האט אויך בודק געווען די חלפים פון אלע שוחטים אינעם בית השחיטה און אריבערגעגאנגן על כל פרט ופרט כדרכו בקודש.

גלייך דערנאָך איז דער רבי שליט"א אַריינגעפאָרן קיין וויליאַמסבורג, וואו דער רבי האָט געדאַווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול אויף הופפער סט. נאכן דאווענען ווען עס איז געוועהן הארט פארן זמן אין ארץ ישראל און אייראפע – האט די רבי שליט"א טעלעפאנירט צו עטליכע פון די געטרייע ראשי הנהלת הקהילה והמוסדות בארה"ק און אייראפע, און מאציל געווען מברכות קדשו צום נייעם יאר. דערנאך האט זיך דער רבי שליט"א אומגעקוקט אינעם נייעם ריזן צוגעבויעטן היכל אויפן די גאנצע מעריב זייט פוןנעם ביהמ"ד הגדול. דאן איז פארגעקומען א מעמד קביעת מזוזות בביתו נאוה קודש החדש פונעם רבי'ן שליט"א אינעם בנין ביהמ"ד, וואס איז אין די לעצטערע חדשים פולקאם פארטיג געווארן, ברוב פאר הדר ווי עס פאסט פאר'ן משכן הצדיק, און דערויף איז ערב יום טוב אפגעהאלטן געווארן א פריוואטער מעמד קביעת מזוזה מיט די נדבנים פון די נייע דירה.הנגידים ר' אברהם בראך הי"ו, ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו, ר' אברהם יודא ראזענבערג הי"ו, ר' משה אליעזר לאנדא הי"ו, ר' יקותיאל דוד אהרן ווייס הי"ו און די עסקנים העומדים על מלאכת בית ה'.

אין די נאָכמיטאָג שעות האט דער רבי שליט"א מעריך געווען שולחנו הטהור לכבוד היום, במשך דעם טיש האט מען געזינגען מערערע ניגוני התעוררות פון די ימים הנוראים בשעת דער רבי האט פארגאסן טייכן טרערען בחדרת קודש באימה ופחד פארן יום הדין, ובפרט ווען דער רבי האט פארגעזינגען דעם פיוט 'ירצה צום עמך' אויפ'ן אהבה רבה ניגון המקובל פון הרה"ק רבי ר' הערש מרימנוב זיע"א. נאָכ'ן עריכת השולחן האָבן זיך געשלענגעלט לענגערע שורות וואו דער רבי שליט"א האָט א לענגגערע צייט געבענטשט דעם ציבור לעת כניסת היום הק'. 

במשך אלע תפילות איז דער היכל הביהמ"ד הגדול מיט אלע גאלעריען און היכלים געווען איבערגעפילט מקצה אל קצה נישט קענענדיג אקאמאדירן דעם ריזן ציבור לאלפים וואס זענען געקומען זיך מסתופף זיין בצל הקודש אינעם דעם הייליגן טאג. גשים מול פּני הקודש באימה, לעת ערב איז דער רבי שליט"א ערשינען ביים ארון הקודש, און אָנגעהויבן משמיע צו זיין די כל נדרי דרשה מיט אן אש להבה ובבכי רב ועצום. נאך די דרשה לעת כניסת היום האט די רבי שליט"א דערמאנט די מנהג אבותיו הק' צו זאגן וידוי לעת כניסת היום און אנגעהויבן בקול בוכים 'אנא תבא לפניך תפלתינו' און פארגעזאגט אויפן ארון קודש אינאיינעם מיטן ציבור מיט ניגון 'אשמנו בגדנו' ווען צווישן יעדע ווארט ברעכט דער רבי אויס אין א שרעקליכן געוויין וואס האט מיטגעשלעפט דעם גאנצן ציבור בבכיות נוראות.

נאָך די דברות קודש האָט דער רבי שליט"א איבערגענימען דעם ספר תורה און משמיע געוועהן דברי התעוררות זאגנדיג אז מען דארף מפייס זיין די תורה הקדושה ובקול בוכים ממשיך געווען 'אנו מלאי עון' מען האט נישט גענוג עוסק געווען בתורה דאס פארגעגאנגע יאר, מען בעט די תורה זאל זיין א מליצה ישרה פאר אידישע קינדער וואס זענען סוף כל סוף דבוק בקשר אמיץ וחזק, און דאן אַרומגעגאַנגען אין ביהמ"ד מיט די ספר תורה כנהוג. דערנאָך האָט דער רבי שליט"א פאָרגעזאָגט "על דעת המקום" "כל נדרי" און ברכת "שהחיינו" מיט א געוואַלדיגן התעוררות, און אַזוי ממשיך געווען מיט תפלת מעריב און מיט די פיוטים און סליחות מיט גרויס התרגשות.

עיצומו של יום יום טוב אינדערפרי איז דער רבי שליט"א אַריינגעקומען אין א פריע שע, די בעלי תפלה זענען געווען, פּסוקי דזמרה הגה"צ רבי נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ, שחרית הרה"ג רבי יואל אשכנזי שליט"א אייניקל פון רבי'ן שליט"א. דער רבי שליט"א איז געווען דער בעל קורא, און פאָרגעליינט די קריאה מיט גרויס התעוררות. שפּעטער האָט דער רבי שליט"א יורד געווען לפני התיבה צו תפלת המוספין און פאָרגעדאַווענט מיט גרויס התעוררות, ובפרט בעת'ן פארזינגן די עבודה, און שפּעטער ביים פיוט פון די עשרה הרוגי מלכות. ביי די פיוטים האָבן די קאַפּעליע משוררים פאָרגעזינגן די נייע ניגונים.

ביי מנחה האט דער רבי עולה געוועהן מפטיר יונה, און געמאכט א מי שבירך פאר הנגידים ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו אוןר' אברהם בראך הי"ו וועלכע האבן בשותפות געקויפט מפטיר יונה פארן רבי'ן שליט"א. לעת סיום היום האָט דער רבי שליט"א יורד געווען לפני התיבה צו תפלת נעילה בהתעוררות רב. קורץ נאָכ'ן זמן רבינו תם, האָט מען געבלאָזן שופר, און דער רבי האָט פאָרגעזאָגט "לשנה הבאה בירושלים". נאָך מעריב איז דער רבי שליט"א ערשינען אויף די גאס, און האָט מחדש געווען די לבנה און דערנאך געמאכט הבדלה ברוב עם. שפּעטער איז דער רבי שליט"א ערשינען צום עריכת שולחן הטהור אין היכל ביהמ"ד הגדול, וועלכע איז בליץ שנעל איינגערישט געוואָרן, מיט הויכע פּאַרענטשעס און נאָך. א לענגערע צייט האָט מען זיך משמח געווען בשובע שמחות, מיט פרייליכע און לעבעדיגע ניגונים, באַגלייט מיט מוזיק און טענץ, און די רבי שליט"א האט געזאגט תורה מעניני דיומא.

נאך וואס הרבנית הצדיקת מסאטמאר תליט"א אעז אין די טעג בעפאר יום טוב באפרייט געווארן פון שפיטאל, און האט נישט געקענט מיטפארן אין שטאט אריין אויף יום הקדוש, דעריבער האט די רבי שליט"א געבעטן מ'זאל מסדר זיין א מנין בביתו נאווה קודש אז די רעביצין זאל קענען מיטדאווענען די תפילות דעם הייליגן טאג. עס האבן דארט מיטגעדאווענט א מנין אינגעלייט און די אייניקלעך בני משפחת המלוכה. נעכטן ממחרת יום הכיפורים האט זיך די רבי שליט"א באדאנקט פאר די אנוועזענדע מתפללים אינעם מנין בביתו נאוה קודש, און שטארק הנאה געהאט צו הערן די גריסן פון די מנין און די ווארימע תפילות.














































Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"