דאנערשטאג פ' שמות • י"ט טבת | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: ארי קופרשטוק
תלמידי וחסידי אמונת ישראל אין ארץ הקודש לעבן די טעג מיט ימי הוד ביים געהויבענעם באזוך פונעם רועה נאמן הגה"צ אבד"ק אמונת ישראל שליט"א וועלכער האט חונן געווען עפר ארץ הקודש מאציל צו זיין מהודו והדרו אויף עדת צאן מרעיתו.
דאנערשטאג אויפדערנאכט איז אפגעראכטן געווארן מיט גרויס פראכט דער גראנדיעזער מעמד חנוכת הבית פארן נייעם בית המדרש אמונת ישראל אין ביתר וואס איז געווען די מטרה פונעם באזוך אין ארץ ישראל. דער אויבן-אן איז באשיינט געווארן דורך פילע רבני העיר, צווישן זיי הגה"צ ר' חיים ווייס שליט"א גאב"ד ביתר, הגאון ר' צבי בראווערמאן שליט"א ראב"ד ביתר, הגאון ר' אברהם שרגא שטיגליץ שליט"א רב חסידי צאנז, הגה"צ ר' ישראל ברזובסקי שליט"א רב חסידי סלונים, כ"ק אדמו"ר מדינוב ארה"ק שליט"א, כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב ביתר שליט"א, הגאון ר' שלמה איצקאוויטש שליט"א רב חסידי וויזניץ, הגה"צ ר' אביגדור גראס שליט"א אבד"ק ריבניץ, הגאון ר' מנחם יודעלעוויטש שליט"א רב חסידי באיאן, דער מעיאר פון שטאט ר' מאיר רובינשטיין, און נאך פילע אישי ציבור.
א רירנדע מאמענט איז געווען ווען הרה"ח ר' משה גאלדשטיין שליט"א מנכבדי הקהילה האט געמאכט די ברכה פון שהחיינו בשם ומלכות, און דער רב הביהמ"ד האט געמאכט די ברכה פון הטוב והמטיב ברוב התרגשות ושבח והודאה על אשר היגיענו עד הלום.
דער רב שליט"א האט דאן משמיע געווען דברי ברכה און דערביי איינגעפירט וויכטיגע תקנות אין די נייע ביהמ"ד, און מעורר געווען די בני הקהילה נישט צו רעדן ביים דאווענען אינעם גאנצן בנין. נאכן מעמד זענען אלע חברי הקהילה דורך ביים רב שליט"א איבערגעבן די חתימות מיט די קבלות טובות נישט צו רעדן ביים דאווענען, און דער רב שליט"א האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב.
ביים מעמד האט דער רב אויך געשאנקען תעודות הוקרה פארן מעיאר ר' מאיר רובינשטיין הי"ו וואס שטייט לימין הקהילה בכל עת ועונה און פאר נאך חשובע נדיבים וואס זענען געקומען צופארן פון חוץ לארץ לכבוד המאורע.