בחורי חסידי צאנז זוועהיל האלטן מיט געהויבענער שבת התעלות בצל הקודש אלס פאסיגע הכנה לימי השובבי"ם

דאנערשטאג פ' שמות • י"ט טבת | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN


גאר א דערהויבענעם שבת התוועדות איז געפראוועט געווארן דעם פארלאפענעם שבת ויחי פאר די אריבער הונדערט בחורי צאנז זוועהיל, אריינגערעכנט די תלמידי הישיבה און נאך בחורי החבורות, אויף א שבת הכנה לשובבי"ם בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מצאנז זוועהיל שליט"א.

פרייטאג צונאכטס האט די רבי שליט"א געפראוועט די סעודה דחקל תפוחין צוזאמען מיט די בחורים, ווען די רבי פירט אן מיט די ניגונים און זמירות שבת, און איז משמיע דברי תורה, און הדרכות ישרות פאר די תלמידים הקרויים בנים.

די קלימאקס פונעם שבת איז געווען נאך די גהויבענע שלש סעודת, און מעריב, ווען די רבי האט געמאכט הבדלה, און געבעטן די בחורים זיך צו זעצן לערנען א האלבע שעה ברציפות, ווען די רבי דינט אלס ביישפיל און איז זיך אליינס משתתף ביים סדר הלימוד צווישן די בחורים.

דערנאך בעת נעילת שער האט די רבי שליט"א איבערגעגעבן א שמועס מיטצונעמען פאר די ימי השובבי"ם און געפאדערט פון די בחורים עטליכע קבלות טובות אויף למעשה, דערנאך זענען די בחורים אריבער זיך געזעגענען און מקבל זיין ברכת הקודש זייענדיג נאך אונטערן רושם פון דעם שבת מרומם בצילא דמהימנותא.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"