דריי אין צוואנציגסטע הילולא פון כ"ק האד' מסקווירא זצ"ל מב"פ אפגעראכטן בצל בנו ממלא מקומו האד' מסקווירא מב"פ

זונטאג פ' בשלח • י"א שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש

דעם דאנערשטאג נאכט אור ליום ט' שבט האבן חסידי ואוהדי בית סקווירא בארא פארק אפגעצייכענט די דריי אין צוואנציגסטע הילולא פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא זצ"ל פון בארא פארק, בנו ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א מב"פ האט אפגעראכטן דעם שולחן הטהור אין יארצייט סעודה ליל שישי בבית מדרשו אין בארא פארק מיט די השתתפות פון אחיו הרבנים הגאונים הצדיקים אין גיסו כ"ק האדמו"ר מוויז'ניץ ירושלים שליט"א.

צומארגנס ערב שבת נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית פון אן אייניקל ביים בעל ההילולא, בן הנולד ביי הרב יעקב לייב טווערסקי חתן כ"ק האדמו"ר מזוטשקא מאנסי שליט"א, לכבוד די שמחה אין לרגל די יארצייט האט די רבי שליט"א מעריך געוועהן א שולחן לחיים אינאיינעם מיט די ילדי הת"ת, אין די פארמיטאג שעהן בעפאר חצות היום איז מען ארויסגעפארן צום ציון הק' אויפן בית החיים אין לאנג איילענד.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"