האד' מזוועהיל וויילט אין קערעסטיר אויף אפרוה

זונטאג פ' בשלח • י"א שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך

כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א איז פארלאפענעם וואך ארויסגעפארן קיין קערעסטיר אונגארין, ווי די רבי שליט"א האט זיך אויפגעהאלטן דורכאויס די וואך סמוך ונראה צום ציון הקודש פון הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטירער זיע"א, די רבי האט זיך דארט אויפגעהאלטן אין רבי ישעי'לעס הויז ווי די רבי האט געדאווענט אלע תפילות במשך די וואך, אין ממשיך געוועהן זיין טעגליכע עבודת היום.

דעם דאנערשטאג נאכמיטאג אויפן וועג צום לופטפעלד אין בודאפעסט האט זיך די רבי אפגעשטעלט אין שטאט אוהעל, אין מתפלל געווען ביים ציון הקודש פון הרה"ק בעל ישמח משה זיע"א.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"