התחלת ספר תורה לזכרו פון הרב אברהם הורוויץ ז"ל במעונו פון הרה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער

מיטוואך פ' וארא • כ"ח טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש

נעכטן דינסטאג פארמיטאג נאך די בריתן במעון הקודש פון הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א איז פארגעקומען די מעמד התחלת כתיבת ספר תורה לעילו נשמת הרה"ח המפואר ר' אברהם הורוויץ זצ"ל חותן המלך פון יבלחט"א כ"ק האדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א, אין ווערט געשריבן דורך בני משפחתו פונעם נפטר.

עס האבן זיך משתתף געוועהן כ"ק האדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א וועלכע האט געדינט אלס סנדק ביי איינע פון די בריתן, אין כ"ק האדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א, הרה"צ רבי יעקב מאיר האט אריינגעשריבן די ערשטע ווארט 'בראשית' אין דאן מכבד געוועהן די אדמור"ים שליט"א אריינצושרייבן די אותיות.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

האד' מבעלזא אפגעראכטן מסיבת שבע ברכות פארן הויז בחור החתן דוד גוטמאן הי"ו

גייסטרייכע מעמד "להחיותינו" אפגעראכטן אין ק"ק מאחנובקא בעלזא אין ירושלים לחיזוק וביסוס הקהילה