סטעטן איילענד • מעמד תפילת הפרנסה פאר תומכי מוסדות סאסוב אין שפיץ פון האד' מסאסוב

מאנטאג פ' וארא • כ"ז טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש

כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א וועלכער איז צוגאסט די טעג אין ניו יארק לטובת מוסדותיו הקדושים, איז דעם זינטאג אווענט אנגעקומען קיין סטעטן איילענד אויף א ספעציעלע מעמד תפילת הפרנסה אינאיינעם מיט די נגידי ותומכי המוסדות, די מעמד איז פארגעקומען אין שטוב פון הנגיד ר' יוסף מאשקאוויטש הי"ו, וואו עס האט אויפגעטראטן אלס יושב ראש הרב מאיר מרדכי בערקאוויטש, צום קלימאקס פונעם אווענט האט מען געהערט דברות קודש אין דברי ברכה פון כ"ק האדמו"ר מסאסוב שליט"א אין דערנאך האט די רבי געזאגט פרשת המן אינאיינעם מיט די משתתפים אלס א סגולה לפרנסה, נאכן מעמד האט די רבי אויפגענימען די נגידים מיט קוויטלעך ביז די שפעטע נאכט שעהן.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"