מעמד קבלת פנים לכבודו פון האד' מוויז'ניץ בית שמש דורך קהל 'אהבת ישראל' וויז'ניץ לאנדאן

דאנערשאג פ' שמות • כ"ג טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש

אין ביהמ"ד דקהל 'אהבת ישראל' וויזנ'יץ אין לאנדאן איז היינט דאנערשטאג פארגעקומען א מעמד קבלת פנים לכבודו פון כ"ק האדמו"ר מוויז'ניץ בית שמש שליט"א חתנה דבי נשיאה פון מרן האד' מוויז'ניץ שליט"א וועלכע איז היינט אנגעקומען קיין לאנדאן לטובת מוסדותיו.

א גרויסן ציבור האט זיך פארזאמלט צו מעריב אין ביהמ"ד מיטן רבי'ן שליט"א, דערנאך איז פארגעקומען די קבלת פנים לכבודו פונעם אורח הרם וואו הרה"ג ר' פנחס שנעעבאלג שליט"א ראש ישיבת וויז'ניץ אין לאנדאן האט מקבל פנים געוועהן דעם גאסט מיט פאסיגע דברי ברכה.

דערנאך האט די רבי שליט"א משמיע געוועהן דברות קודש אין דברי חיזוק אין דער גאנצער ציבור איז דורך שלום נעמען. דעם שבת וועט די רבי שליט"א אפרעכטן די תפילות אין טישן אינאיינעם מיטן ברידער כ"ק האדמו"ר מוויז'ניץ לאנדאן שליט"א בבית מדרשו הגדול אין די סטעמפארד הילל געגענט.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"