נעכטן (זינטאג) נאכן מעמד הכנסת ספר תורה צום ביהמ"ד דחסידי מכנובקא בעלזא אין בית שמש איז כ"ק האדמו"ר ממכנובקא בעלזא שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מקאליש שליט"א בבית מדרשו אין די רמה ג' געגענט, וואו עס האט זיך פארצויגן א שיינעם שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים, די רבי'ס האבן געטרינקען לחיים אין זענען ארויס אין א ריקוד.