זֶה תַחַת זֶה • שמחת פדיון הבן לנכד האדמור"ים מוויז'ניץ אין סערט וויז'ניץ

דינסטאג פ' וישב • כ"ב כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך

די וואך זינטאג איזפארגעקומען אין רמת וויזניץ אין חיפה די שמחת פדיון הבן פון אן איר אייניקל פון האדמו"רים מוויז'ניץ אין סערט וויז'ניץ, בן הנולד ביי הרב זלמן לייב מייזליש בן הרה"צ רבי חיים הערש מייזליש בן הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק וחתן הרה"צ רבי יואל איתמר קרויז בן הגה"צ גאב"ד אודווארי שליט"א, עס איז פארגעקומען בבית מדרשו פונעם עלטער זיידן כ"ק אדמו"ר מסערט וויז'ניץ שליט"א.

אלס כהן הפודה האט געדינט הגה"צ רבי מאיר כץ ראש כולל עיון אין רמת וויז'ניץ, מען האט געזינגען פילע ניגוני שבח והודאה, אין עס האט אויפגעטרויטן מיט א דרשה די בעל שמחה הרב זלמן לייב מייזליש. במשך די שמחה האט די זיידע די וויז'ניצער רבי שליט"א פארגעזינגען אודה און איז מכובד געווארן מיט ברכת המזון על הכוס, נאכן בענטשן האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א רקידה, אין א באזונדערע מחול לצדיקים איז געשאפן געווארן צווישן די זיידע'ס האדמורי"ם שליט"א.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"