דעם זונטאג נאכמיטאג האט זיך כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א געוואשן צו א סעודת הילולא לרגל די יארצייט פונעם הייליגן בת עין זי"ע, אינאיינעם מיט א מגבית לטובת די ישיבה הק' תפארת משולם פייש אין ניו יארק, עס איז פארגעקומען אין שטוב פון הרה"ג ר' שמעון עזריאל יחיאל לעווי שליט"א מגיד מישרים אין קרית טאהש, ווי עס זענען געלאדענט געווארן א ענגע צאל נגידים ותומכים.
עס האט אויפגעטרעטן דער בעל אכסניא הרה"ג שמעון עזראל שליט"א מיט פאסיגע דיבורים, דערנאך האט מען געהערט דברות קודש פון כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, און די מקהלת המנגנים האבן מהנה געווען בשירה ובזמרה.
דאן האט מען געהערט ווארימע דיבורים פונעם משמש בקודש הר"ר יואל אלחנן פאפלאנאש הי"ו, און די משתתפים האבן זיך אנגערופן מיט שיינע סכומים לטובת ישיבה.