ביקור חיזוק פון מרן הגאון רבי שאול אלתר אין ישיבת הר עציון אין יישוב אלון שבות

מיטוואך פ' וישלח • ט"ז כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש

היינט נאכמיטאג איז ראש הישיבה מרן הגאון רבי שאול אלתר שליט"א אנגעקומען צום יישוב אלון שבות אין די גוש עציון געגענט בגלילות ירושלים וואו די ראש ישיבה האט מנחם אבל געוועהן בבית משפ' ראזנצווייג וועלכע זענען היינט אויפגעשטאנען פון די שבעה נאך די טראגישע פטירה פון הב' הקדוש איתן דוב רוזנצווייג הי"ד וועלכע האט זיך פאררעכנט אלס א תלמיד פונעם ראש ישיבה אין איז ליידער אומגעקומען ביי די שלאכטן דעם יו"ט שמחת תורה.

דערנאך איז די ראש ישיבה אנגעקומען אויף א באזוך אינעם ארטיגן ישיבה הר עציון אינעם יישוב אין אויפגעטראטן מיט א שיחת חיזוק אין דברי הספד אויף תלמידו הב' איתן דוב רוזנצווייג הי"ד מבוגרי הישיבה.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"