האד' מתולדות אהרן באזוכט ביי רבני העיר מאנטשעסטער

מאנטאג פ' ויצא • ז' כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: מ. ש. ר.

נעכטן זינטאג דורכן טאג האט כ"ק האדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א אפגעראכטן ביקורי נימוסין ביי די רבני העיר מאנטשעסטער, בראש וראשון האט די רבי באזוכט ביי הגה"צ רבי ישראל חיים הורוויץ אבד"ק סאטמאר מאנטשעסטער, וואו עס האט זיך אנטוויקעלט א שיינער שמועס בסיפורי צדיקים, שפעטער אויפדערנאכט איז די רבי שליט"א אנגעקומען צום הארדענקא ביהמ"ד וואו די רבי האט געדאווענט מעריב אין דערנאך געוועהן אויף א באזוך ביי כ"ק האדמו"ר מהארדענקא שליט"א וואו די רבי'ס האבן פאַרברענגט בנועם שיח אין דאן זיך פארשפארט ביחידות אויף א פריוואטער פארנעם. פון דארט איז די רבי אנגעקומען אויף א באזוך ביי הגה"צ רבי חיים היימליך ראש הדיינים דקהל מחזיקי הדת ומרבני ק"ק תולדות אהרן אין שטאט.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"