ערב יומא דהילולא • גאב"ד מאקאווא אויף א תפילה ביים קבר רחל אמנו

מיטוואך פ' לך לך • י' חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש

היינט נאכמיטאג איז כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א אנגעקומען קיין ירושלים אויף א תפילה ביים קבר רחל אמנו בליל ההילולא, די רב איז אנגעקומען מיט ספעציעלע ערלויבעניש פון די פאליצייאישע באאמטע נאכדעם וואס קבר רחל איז היינט גענצליך פארשפארט צוליב די אנגעצויגענע מצב אין ארץ ישראל. די רב האט דארט אויסגעזאגט ספר תהילים אין דאן גענימען קוויטלעך פונעם מנין מצומצם באגלייטער אין משמשים.

פון דארט איז די רב אנגעקומען צום הר המנוחות אין פוקד געוועהן דעם ציון הק' פון הגה"ק מטשעבין זי"ע לכבוד די יארצייט וואס איז אויסגעפאלן היינט י' חשוון. שפעטער באנאכט איז די רב געוועהן אויף א באזוך אין ירושלים ביי כ"ק האדמו"ר מלעלוב ניקלשבורג שליט"א אין זיך משתתף געוועהן ביים שמחת התנאים פון אן אייניקל אין שטאט.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"