האד' מסאטמאר באזוכט ביי די עבודת הבניה ביים ביהמ״ד החדש דקהל יטב לב – שכונת גערי טרופ

מיטוואך פ' לך לך • י' חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש

נעכטן דינסטאג נאכמיטאג איז כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אינעם בנין ביהמ״ד החדש דקהל יטב לב דסאטמאר – בשכונת גערי טרופ עוו. אין וויליאמסבורג, וואס איז די איינציגע גרויסע ביהמ״ד אינעם גאנצן אומגעגענט פאר הונדערטער תושבים חסידי סאטמאר. די רבי שליט"א האט געהערט א באריכט פון די אנגייענדע בוי ארבעט צו קענען בעזר ה׳ פארענדיגן דעם ביהמ"ד אויף קומענדיגן יו״ט פסח הבעל״ט.

די רבי האט אויסגעדריקט באוואונדערונג פון די בנינים אין הייזער אויסגעבויעט אינעם גאנצן געגענט ארום און ארום, אין אנגעוואונטשן ווארימע ברכות הקודש פאר אלע עסקנים וחברי וועד קרן הבנין והנהלת הקהלה לברך על המוגמר.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"