אין מאנסי איז נעכטן מוצאי שבת געפראוועט געווארן די שמחת הבר המצוה לבן הבכור ביי כ"ק האדמו"ר מבאניא מאנסי שליט"א, עס איז פארגעקומען אין די זאלן פון די פאפא תלמוד תורה אין מאנסי, אין שפיץ פון פילע אדמור"י ורבני עיר מאנסי אין פילצאליגער חסידים ואוהדים וועלכע זענען געקומען זיך מיטפרייען בשמחת בית צדיקים.
במשך די שמחה האבן מהנה געוועהן דער משמח אלוקים ואנשים ר' חילא פאזאן, דער בארימטער טשעירמאן הרב מאיר מרדכי בערקאוויטש אין דער בעל מנגן ר' יעקב שלמה גראס.