מונטאג א' דחוה"מ סוכות • י"ז תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: מ.ל.
דעם זינטאג א' דחול המועד אין ארץ ישראל איז כ"ק האדמו"ר משומרי אמונים שליט"א אנגעקומען קיין ירושלים אויף א תפילה ביים כותל המערבי לעלולת ולראות לכבוד החג, דערנאך איז די רבי שליט"א אריינגעפארן אין שטאט אויף א באזוך ביי שאר בשרו כ"ק האדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א וואו עס האט זיך פארצויגן א שיינעם שמועס מעניני יו"ט סוכות אין האד' מתולדות אהרן האט מכבד געוועהן דעם גאסט מיט פירות.