דאנערשטאג פ' כי תצא – ז' אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש
פארלאפענעם וואך איז כ"ק האדמו"ר מדושינסקיא שליט"א אנגעקומען אויף א מעמד קביעת מזוזה אין די נייע בית המדרש דחסידי דושינסקיא אין די רמה ד' 2 געגנט אין בית שמש, די אכטע שטיבל פון חסידי דושינסקיא אינעם עיר ואם בישראל בית שמש. דער רבי האט קובע געווען א מזוזה און געדאווענט מעריב, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים וואו עס האט אויפגעטרעטן דעם רבינ'ס ברודער הגה"צ אבד"ק דושינסקיא בית שמש שליט"א, און דערנאך האט מען געהערט דברות קודש פונעם רבי'ן.