יערליכע ביקור חיזוק פון האד' מקאפיטשניץ אין יישוב דולב אין דרום ארץ ישראל

דינסטאג פ' שופטים – כ"ח אב תשפ"ג | קול בחצרות

כ"ק האדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א איז דעם מאנטאג אנגעקומען אויף א באזוך אינעם יישוב דולב אין דרום ארץ ישראל, וואו די רבי טוט יאהר יערליך אפרעכטן די סעודת הילולא לרגל די יארצייט פון הרה"ק ר' שלמה חיים מסאדיגורא זצ"ל בעל 'חיי שלמה', אויך היי יאהר האט זיך די רבי מטריח געוועהן טראץ זיין שוואכע כוחות אין אונטערגענימען די לאנגע נסיעה קיין דולב מחזק צו זיין די ארטיגע אידן אין זיי נענטער ברענגען צום אויברשטן. די סעודת הילולא איז פארגעקומען אינעם ביהמ"ד 'נר לרגלי' וואו עס האבן זיך צוזאמגענימען א שיינעם קבוצה תושבי המקום, די רבי האט זיך געוואשן צום סעודה אין משמיע געוועהן דברי חיזוק אויף לשון הקודש כהכנה צו די הייליגע טעג, אריינבלאזנ'דיג אין די עצמות יבשות א גייסט פון תורה ומצוות. אזוי אויך האט די רבי מכבד געוועהן בנו הגדול הרה"צ רבי אברהם יעקב פלינטנשטיין אויפצוטרעטן מיט דברי תורה במשנתו פונעם בעל ההילולא. נאכן טיש זענען די פארזאמלטע דורך וואונטשן לחיים.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"