שיינעם באזוך פון האד' מתולדות צבי ספינקא אין מחנה ברכות שמים קאשוי

דינסטאג פ' עקב – י"ד אב תשפ"ג | קול בחצרות

כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי ספינקא שליט"א האט היינט אפגעשטאט א באזוך אין מחנה ברכות שמים קאשוי ווי די רבי האט געדינט אלס מוהל ביי א ברית לבן אחד מחסידיו, די רבי איז ערשינען אין היכל הישיבה גדולה תיכף נאך תפלת שחרית ווי כ"ק אדמו"ר מקאשוי שליט"א האט זיך באגריסט מיטן רבי'ן שליט"א, די קאשוי רבי שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות און האדמו"ר מתולדות צבי ספינקא מיט מוהלות אין ברכות. נאכן ברית זענען די תלמידים אריבער שלום נעמען פונעם גרויסן גאסט דער ספינקא רבי, אין די רבי איז אריבער צום סעודת ברית געוואונטשן לחיים און משמיע געווען קורצע דברי ברכה.

דערנאך איז כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך במעון הקודש פון כ"ק האדמו"ר מקאשוי שליט"א, ווי עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס בסיפורי קודש, ומעניני דיומא.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"