מונטאג פ' מטות מסעי – כ"א תמוז תשפ"ג | קול בחצרות
דעם פארגאנגענעם זונטאג פרשת פנחס העעל"ט האט די בלומיגראוו אומגעגנט אין קרית יואל בייגעוואוינט גאר היסטארישע מאמענטן, ביים זעלטן דערהויבענעם מעמד "הנחת אבן הפינה", ווען עס איז מיט גרויס התרוממות הנפש און רגש דקדושה געלייגט געווארן דער גרונדשטיין פאר דעם פראכטפולן נייעם בנין גדול ומפואר פון "ביהמ"ד לעיק שאור", וועלכעס איז אפגעהאלטן געווארן ברוב פאר והדר אויף דעם נייעם שטח הביהמ"ד אויף די לעיק שאור גאס, בראשות חשובע רבנים און דיינים פון איבער די שטאט ובראשם הרה"ג אב"ד הבית המדרש שליט"א, און מיט די באטייליגונג פון א ריזן ציבור תושבי העיר. דער מעמד מרומם האט איינגעהילט דעם ריזן ציבור משתתפים אין א יום טוב'דיגע שטימונג, צוליב איר היסטארישן באדייט ביי די פילע מתפללי בית המדרש לעיק שור אין תושבי השכונה, ווען מען האט זוכה געווען נאך אזויפיל יגיעה עצומה צו צוקומען צו די פריידיגע מינוט ווען מען גייט בעזהשי"ת אויפשטעלן א מייעסטעטישער בנין החדש והמפואר וועט בעז"ה דינען אלס פרעכטיגער צענטראלער בית המדרש מפואר רחבת ידים, מיט גרויסע מקוה מהודרת, חדרי תפלה, היכל התורה, חדר הוראה, און אלע צרכי הציבור, פאר דער גאַנצער בליענדער.
ווי שוין באריכטעט האט די געטרייע הנהלת הביהמ"ד אינאיינעם מיט די חשובע עסקנים פונעם "ועד קרן הבנין" אריינגעלייגט אין די לעצטערע חדשים אומערמידליכע כוחות צו ערמעגליכן בעזהשי"ת דאס צוטרעטן צו די בוי ארבעט פון דעם נייעם פראכטפולן בנין אויף דעם ניי געקויפטן שטח הביהמ"ד אויף 379 לעיק שאור, וועלכעס אנטשפרעכט בעזהשי"ת צו זיין א כלילת יופי מיט אלע הידורים, א בית גדול ומפואר אהערגעשטעלט מיט אלע באקוועמליכקייטן אויפן שענסטן פארנעם, ווי עס פאסט זיך פאר אזא בית השם.
אנקומענדיג אויפן ריזן שטח הישיבה איז דער עולם באצויבערט געווארן פון די מייסטערהאפטע ארבעט וואס די חשובע עסקנים האבן אהערגעשטעלט, ווען אין צענטער פון דעם ריזן שטח איז אויפגעשטעלט געווארן א ריזן טענט מיט א הויכע פלאטפארמע פאר די בימת הכבוד וואו עס זענען געזעסן דער גרויסער בעל שמחה הרה"ג רב דבית המדרש שליט"א און די גדולי הרבנים שליט"א וועלכע האבן באשיינט בראש המעמד.
צו די באשטימטע צייט האט דער ריזיגער עולם אנגעהויבן צו שטראמען צום שטח החדש פון די ביהמ"ד מיטצוהאלטן דעם דערהויבענעם מעמד, עס איז געווען א מחזה הוד צו זעהן די הונדערטער אידן מתפללי ובאי ביהמ"ד, אין ידידים פונעם רב שליט'א ותושבי העיר, כולם באו ונקבצו נישט צו פארפאסן די געהויבענע מאמענטן. אלס יושב ראש פון דעם מעמד האט געדינט דער באגאבטער און טאלאנטפולער ראש המדברים הר"ר מאיר מרדכי בערקאוויטש שליט"א וועלכער האט מיט זיין באצויבערנדע לשון לימודים אנגעפירט דעם מעמד אויף א מייסטערהאפטן אופן און אויפגעהייטערט די געפילן פון דעם ריזן ציבור משתתפים..
אלס "נואם הכבוד" האט געדינט דער באקאנטער פה מפיק מרגליות ומלהיב לבבות ישראל הגה"צ אב"ד וואלקאן שליט"א, וועלכער איז א לאנגיעריגער מעריץ און ידיד נאמן פון הרה"ג האב"ד שליט"א. דערנאך האט מען געהערט דברי ברכה פונעם פאטער פונעם רב שליט"א, הגה"צ אב"ד דזשירקא שליט"א, וועלכע געפינט זיך יעצט אין ארה"ק אין האט טעלעפאניש גאר ווארים אנגעוואונטשן פאר גאנצן ציבור הנאספים. דערנאך האט אויפגעטרעטן די חותן המלך די שווער פון רב שליט"א, הגה"צ אב"ד מראה יחזקאל שליט"א, וועלכע האט הערליך ארומגערעדט איבערן גרויסן זכי' אין ווארים אנגעוואונטשן אז עס זאל זיין השלם זה הבנין..
דערנאך האבן קינדער די תינוקות של בית רבן פארגעזינגען געווארן עטליכע ווארימע ניגונים אונטער די אויפזוכט פון דא חשובע מלמד הר"ר יעקב יודא לאנדא שליט"א, וועלכע האט בוקע געווען רקיעים.
גרויס התרגשות האט געהערשט צווישן דעם פילקעפיגן ציבור ווען דער גרויסער בעל שמחה הרה"ג האב"ד שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט דעם משא המעמד, און ארויסגעברענגט זיין אינערליכע התרגשות צו די פריידיגע געלעגנהייט, און ארומגערעדט איבער די געהויבענע מאמאנטן אז מען איז זוכה אויפצושטעלן א בית השם, און האט מנהמת לבו מעורר רחמים געווען ביים בורא עולם בקנין אז ס'זאל זיין השלם זה הבנין, און מען זאל זוכה זיין אז עס זאל פון דעם מקום נתקדש ווערן שמו יתברך בעולם.
איידער מען איז צוגעטרעטן צום הויכפונקט פון דעם מעמד צו גיסן דעם גרונדשטיין פון דעם הייליגן בנין האט דער גאנצער ציבור אינאיינעם געזאגט פרקי תהלים בהתעוררות רב, וואס איז פארגעזאגט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מזאבילטוב שליט"א, ווען מען האט אינאיינעם מעורר רחמים געווען ביים בוכ"ע ווען דער מעכטיגער קול תפילה האט אפגעהילכט איבערן גאנצן ארום מיט אן אויסטערלישער התעוררות. דאן האט מען אנגעהויבן זינגען ווארעמע ניגוני התעוררות, ווען דערביי זענען מכובד געווארן די חשובע רבנים הגאוה"צ שליט"א צו גיסן דעם אבן הפינה וועלכעס האט זיך פארצויגן א לענגערע צייט. דערנאך האט מען ארויפגערופן די קרואי מועד אנשי שם, די חשובע נגידים נכבדים תומכי הביהמ"ד צוזאמען מיט די הנהלת הביהמ"ד זאלן ארויפקומען און נעמען א חלק מיט גיסן דעם יסוד פאר דעם הייליגן בנין. דערנאך האט זיך דער ריזן ציבור ארויסגעלאזט ספאנטאן אין פייערדיגע ריקודין של שמחה והתרגשות מיט א שבח והודי' צו השי"ת אויף די געוואלדיגע שמחה, בעטנדיג א הייסע תפילה אויפן עתיד "בורא עולם בקנין השלם זה הבנין", און דערמיט האט זיך געשלאסן דער דערהויבענער און היסטארישער מעמד.
*
רב הביהמ"ד באזוכט ביי מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מקבל זיין ברכות הקודש צו די יציקת הבורות
בילד קרעדיט: סאטמארע נייעס