הויפט בלאט באריכט פילע ווידיאו • הגאון ר' דוב לאנדא ראש ישיבת סלאבאדקע באשיינט שמחת השבע ברכות בחצר הקודש צאנז

פילע ווידיאו • הגאון ר' דוב לאנדא ראש ישיבת סלאבאדקע באשיינט שמחת השבע ברכות בחצר הקודש צאנז

געשריבן דורך admin123

מאנטאג פ' יתרו • י"ב שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

קרעידט: C-LIVE


נעכטן באנאכט ביים שמחת השבע ברכות בחצר הקודש צאנז מיוחד פאר די עלטערע אידן חברי אהבת קדומים חסידי צאנז, אין די זאלן פון די גרויסער וויזניצער ביה"ד אין בני ברק האט מען בהדרת כבוד מקבל געווען פני כבודו פונעם זקן ויושב בישיבה הגאון האדיר ר' דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע וועלכער האט זיך מטריח געוועהן בטירחא דגופא צו באשיינען די שמחה בבית צדיקים, לכבודו פון ידידו ורעו כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א און דער מחותן אבי החתן המשפיע הגה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א וואס האט אין די בראשית יאהרן משפיע געוועהן תורה וחסידות פאר די חסידישע חבורה אין די סלאבאדקע ישיבה.

דער ראש הישיבה האט ארומגעשמועסט מיט די חשובע מחותנים און זיידע'ס אויפן אויבן אן, וואס איז געווארן מיטגעהאלטן אינעם גאנצן זאל דורך א מייק, געבנדיג די זכיה פאר די משתתפים ביי די שמחה מיטצוהאלטן דעם שיחת חולין של תלמידי חכמים. דערנאך האט זיך דער ראש הישיבה אויפגעשטעלט אויף א ריקוד מיטן חתן און דערנאך א באזונדערע מחול לצדיקים מיט זיידן כ"ק אדמו"ר מצאנז.

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00