היסטארישע וויזניצע סיום "קשר נצחי" וועט פארקומען אין ריזן "ברוקלין סטורהאוז" ארענע אין ברוקלין נעווי יארד

מיטוואך פ' וישב • י"ז כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש



אין ווייטערדיגע אנטוויקלונגען ארום די גראנדיעזע געמיינזאמע חגיגה אדירה "קשר נצחי" וואו מקהלות אלפי חסידי וויזניץ וועלן פייערן דעם "סיום סדר נזיקין והתחלת ש"ס" במסגרת חבורת "מאמר מרדכי", וואס וועט פארקומען דעם קומענדיגן דאנערשטאג ויחי בהתאסף כל העדה הקדושה חסידי וויזניץ בראשות אלע אחים כ"ק האדמורי"ם לבית וויזניץ, איז געלונגען פאר די עסקנים צו אפירטרעפן א פאסיגן אכסניא של יומא טבא לרבנן, דער גיגאנטישער "ברוקלין סטורהאוז" ארענע אין די ברוקלין נעווי יארד.

דער אולם הכביר באשטייט פון א מאסיווע גרויסקייט פון "הונדערט טויזנט סקווער פיס", און וועט ווערן פרעכטיג און מלכות'דיג אויסגערישט און אהערגעשטעלט צו קענען אקאמאדירן די אלפי הלומדים והמסיימים.

דער זאל איז לעצטנס געווארן געעפנט פאר גרעסערע מעמדים, און עס וועט יעצט זיין דער ערשטער "אידישער מעמד" צו ווערן דארט אפגעהאלטן. צווישן די הויפט מעלות פונעם זאל איז די לאקאציע, געפינענדיג זיך אין סאמע צענטער פון אלע היימישע גרעסערע אידישע געגנטער ברחבי ניו יארק און ניו דזשורזי, און ווי אויך פארמאגט עס א רחבות'דיגע פארקינג לאט צו קענען פארקירן די צענדליגער באסעס און הונדערטער אויטאס.

מטעם די וועד החגיגה איז ארויסגעשטעלט געווארן א ספעציעלע דאנק פאר די ענערגישע עסקנים וועלכע האבן אריינגעלייגט איבערמידליכע שתדלנות ביי די באאמטע צו קענען באקומען דעם טייערן מאסן ארענע פאר גאר א גוטן פרייז, אין צייט וואס אלע גרויסע צענטערן ארום ניו יארק און ניו דזשורזי זענען פארבינדן מיט אסטראנאמישע הוצאות.

גדול יהיה כבוד המעמד הזה לכבוד התורה ולומדי'

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"