הויפט בלאט באריכט אסיפה נחוצה במעונו פון האד' מצאנז איבער ווייטערדיגע שריט צו באהאנדלען דעם חוק הגיוס

אסיפה נחוצה במעונו פון האד' מצאנז איבער ווייטערדיגע שריט צו באהאנדלען דעם חוק הגיוס

געשריבן דורך admin123

מאנטאג פ' וארא • כ"ג טבת | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: א.פ.


נעכטן אויפדערנאכט איז אפגעהאלטן געווארן אן אסיפה נחוצה בביתו נאווה קודש פון כ"ק האדמו"ר מצאנז שליט"א אין קרית צאנז – נתני' אין נאכפאלג פונעם אסיפת מועצת גדולי התורה וועלכער איז זיך צוזאמגעקומען פאריגע וואך דן צו זיין איבערן ביטערן מצב מיטן גזירת הגיוס.

ביים אסיפה נעכטן נאכט במעונו פונעם צאנזער רבי'ן, זענען געווען אנוועזנד כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א, הגאון רבי צבי רבינוביץ שליט"א ראש ישיבת באיאן און דער מזכיר המועצת הרב יעקב וואלצער הי"ו.

אונטער פארמאכטע טירן האט מען נושא ונותן געווען איבער דעם ענין נחוץ צווישן זיך, וואו דער מזכיר המועצת הרב וואלצער האט דערביי איבערגעגעבן פארשידענע הארות און שליחות'ער פון די גדולי האדמור"ים חברי מועצת גדולי התורה. נאך אריבער א שעה צייט איז די אסיפה געשלאסן געווארן און דער צאנזער רבי האט ארויסבאגלייט דעם חשובן דעלעגאציע ביותרת הכבוד.

ווי באריכטעט גרייטן זיך די צוויי חברי מועצת גדולי התורה האדמור"ים מצאנז און מודזיץ ארומצוגיין די וואך בבתי גדולי ישראל, פון די ליטווישע קרייזן מיטן ציל צו קומען צו אן עמק השווה און א פאראייניגטע החלטה נישט דורכצולאזן קיין שום גיוס געזעץ וואס פארמאגט פשרות אדער סאנקציעס אויף לומדי תורה. לויטן פלאן וועט מארגן דינסטאג פארקומען די ערשטע אין די רייע אסיפות במעונו פונעם ראש הישיבה הגאון רבי משה הלל הירש ממנהיגי עולם התורה.

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00