מאנטאג פ' וארא • כ"ג טבת | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אנשיל בעק, אמ"ש,JDN
פארלאפענעם מיטוואך י"ח טבת איז אויסגעפאלן די ניינטע יארצייט פון הרבנית הצדקנית מבילגורייא ע"ה אלמנת הגה"ק רבי מרדכי מבילגורייא זצ"ל און אמא של מלכות פון יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א.
דינסטאג נאכט בליל ההילולא איז כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א ערשינען אין בית תפילה בביתו נאוה קודש און געדאוונט מעריב פארן עמוד לרגל די יארצייט. נאך מעריב האט דער רב שליט"א אפגעראכטן א לקח און ברוינפן און ארומגערעדט איבער די חשובע מאמע די רעבעצין ע"ה וקורת ימי חייה און זיך אויסגעדרוקט בתוך הדברים אז דער פעטער הרה"ק מבעלזא זי"ע האט איר זייער מחשיב געווען. דערנאך האט דער רב מכבד געווען בנו הרה"צ ר' אהרן מרדכי שליט"א צו דערציילן.
מיטוואך צופרי איז דער רב שליט"א אריינגעקומען אין בית תפילה און יורד געווען לפני התיבה צו שחרית און געזאגט די קדישים. נאך מנחה פארן שקיעה איז דער רב שליט"א ארויסגעפארן אין באגלייטונג פון א עדה חסידים צום הר המנוחות און מתפלל געווען על קברה ביים חלקת מחזיקי הדת. אנקומענדיג צום ציון האט דער רב שליט"א אנגעצינדן דעם נר תמיד און געזאגט ספר רביעי שבתהילים און די יהי רצון. דערנאך האט הרב החסיד ר' יעקב שיף שליט"א געזאגט קל מלא רחמים פארן רב שליט"א און פאר בנו יחידו הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א.
אויפן וועג ארויס האט דער רב שליט"א זיך אומגעקוקט אויף די קבר פון מחותנו הרה"ג רבי אברהם יהושע פעדער זצ"ל און אויפן פרישן קבר פון העסקן הגדול הרב מרדכי וועבער ז"ל מחשובי חסידי בעלזא אין מאנטריאל.