מאנטאג פ' וארא • כ"ג טבת | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: איצי מ.
פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכט ממחרת יום החתונה בחצר הקודש סאטמאר האט זיך אנגעהויבן די פרייליכע קייט פון שבעת ימי המשתה ביי א שבע ברכות מפוארה וואס איז געפראוועט געווארן בצוותא חדא אינאיינעם מיט די תלמידים פון די נייע מתיבתא תורה ויראה ד'סאטמאר אין מאנסי בהשתתפות רבנן ותלמידיהון ובראשם כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ריש המתיבתא און מיטן השתתפות כבוד פון א הערליכע גאלעריע אדמור"י ורבני העיר מאנסי און פילע קרואי מועד ואנשי שם ראשי ונכבדי הקהילה והמוסדות, וועלכע זענען געקומען אפגעבן דעם ברכת מזל טוב פארן ראש בית אב דער סאטמארער רבי שליט"א כשהשמחה במעונו, און באזונדער איז דאס געווען א געלעגנהייט פאר די תלמידים הקרויים בנים זיך מיטצופרייען פון דער נאנט מיטן רבינס שמחה, זייענדיג א גאנצע זמן אפגעזונדערט אין דעם אהלה של תורה אין שטאט מאנסי.
ביים שבע ברכות האט מען געהערט הערליכע דרשות לכבוד די שמחה, אלס יושב ראש האט געדינט דער פה מפיק מרגלית מוה"ר מאיר מרדכי בערקאוויטש הי"ו מחשובי חסידי סאטמאר בעיר מאנסי יצ"ו. ער האט מכבד געווען הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א איבערצוגעבן דברי תורה וברכה לכבוד די שמחה, וואו דער רב שליט"א האט דערביי ארויסגעברענגט זיינע הרגשים פון די חשובע מקום תורה וואס האט אין אזא קורצע צייט קונה שם געווען אלס אויסגערופענע מקום תורה. אזוי אויך האט אויפגעטרעטן הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א וועלכע האט משמיע געווען דברותיו הנעימים פאר די תלמידים, און ארויסגעברענגט פאסיגע דיבורים זייענדיג אריינגעטוהן טאג טעגליך מיט די מתיבתא הקדושה, און האט נאך יענעם נאכמיטאג פארהערט די בחורים אין ישיבה פאר לאנגע שעות.
דערנאך האט אויפגעטרעטן איינע מתלמידי המתיבתא וועלכע האט ארויסגעהויבן די זכי' מיטצוהאלטן אזא מעמד נשגב צווישן די ישיבה ווענט, און ארויסגעברענגט די הרגשים פון הכרת הטוב וואס אלע בחורים שפירן פאר א חוב צום רבי'ן שליט"א וואס זיין סייעתא דשמיא אין אלע הינזיכטן האט באגלייט די התייסדות המתיבתא וואס האט זיך ארויסגעשטעלט אלס א הצלחה למעלה מן המשוער.
צווישן די פילע אדמור"ים ורבנים וועלכע האבן באשיינט די שמחה האבן זיך אנגעזעהן האדמו"ר מוויזניץ מאנסי, האדמו"ר מסקולען מאנסי, האדמו"ר מפינסק קארלין, האדמו"ר מראחמסטריווקא מאנסי, האדמו"ר מראחמסטריווקא ספרינג וואלי, האדמו"ר מסטאניסלאוו, האדמו"ר מזידיטשוב פרעמיסלע, אבד"ק בית מרדכי, אבד"ק באר משה פרעמישלאן, אבד"ק אברכים מאנסי, אבד"ק מקור חיים, הרבנים הגאונים הצדיקים מטשערקאס, סאדילקוב, בארדיוב, טאלמאטש, טערצאל, באבוב, סיקסא, דומ"ץ מונקאטש, און רבני ודייני ק"ק סאטמאר מאנסי.