הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

דינסטאג פ' וארא • כ"ד טבת | בחצרות הקודש


מיט אומבאגרעניצטע עקסטאז ציילן שוין חסידי צאנז איבער אמעריקע די שעה'ן ווען מ'וועט אט-אט זוכה זיין צום מלך ביפיו תחזינה עינינו, מקבל צו זיין את פני הקודש פון מלכם ואורם כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וועלכער לאזט זיך דעם קומענדיגן מוצאי שבת וארא ארויס צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" מחזק צו זיין עדת צאן מרעיתו, די קהלה און מוסדות צאנז ברחבי ניו יארק און ניו דזשערזי.

אין די יעצטיגע טעג איז שוין באשטעטיגט געווארן די פולע פרטים פון די סדרי הימים דורכאויס דעם ביקור המרומם פון צוויי וואכן. דער רבי שליט"א וועט זיך ארויסלאזן לדרכו צלחה מוצאי שבת וארא איינס אזייגער פון לוד לופטפעלד, און וועט לאנדן אין אמעריקע זונטאג בא פארטאגס אין קענעדי לופטפעלד, וואו ס'וועלן מקבל פנים זיין א גרויסער ציבור חסידים ובראשם די רבני הקהלה פון אומעטום. פון לופטפעלד וועט דער רבי תיכף צופארן קיין לעיקוואד וואו דער רבי וועט זיך אויפהאלטן אין די ערשטע טעג פונעם באזוך.

די אכסניא וועט זיין בבית הנגיד ר' אברהם רייך ראה"ק דק"ק צאנז אין לעיקוואד. זונטאג נאכמיטאג וועט פארקומען דער מעמד "סיום כתיבת ס"ת" צו די ס"ת וואס ווערט אריינגעגעבן אין היכל ביהמ"ד צאנז אין לעיקוואד. שפעטער וועט די ס"ת ארויסגיין לרחובה של עיר און אנקומענדיג צום ביהמ"ד וועט דער רבי צוערשט אריינפירן די ס"ת אינעם שאטער הגדול וואס ווערט אויפגעשטעלט בחצר הביהמ"ד וואו ס'וועלן פארקומען די ריקודי קודש, בהשתתפות כל קהל חסידי צאנז פון אמעריקע, און דערנאך וועט דער רבי אריינפירן די ס"ת אין ביהמ"ד, וואו ס'וועלן קענען מיטהאלטן בלויז דער ציבור חסידים תושבי לעיקוואד.

דערנאך וועט פארקומען דער צענטראלער מעמד קבלת פנים רבתי דורך עדת חסידי צאנז אין אמעריקע בהיכל ישיבת "אהבת תורה", און דערנאך וועט פארקומען די סעודה לגומרה של תורה נאר פאר די בני הקהלה פון לעיקוואד.

מאנטאג ראש חודש וועט דער רבי דאווענען שחרית ברוב עם אין היכל הביהמ"ד, און דורכ'ן טאג אויפנעמען דעם ציבור לברך ולהתברך. דינסטאג וועט דער רבי אנקומען אין שטאט מאנסי, וואו דער רבי וועט וויילן ביז איבער שבת. די אכסניא וועט זיין בבית הנגיד ר' יחיאל בראכפעלד הי"ו.

דורכאויס די טעג ביז שבת וועט דער רבי אפהאלטן באזוכן אין די נייע בניני המוסדות, אין די ישיבה קטנה שפע חיים, די ת"ת דרכי אבות, די מיידל שולע, און שעפן נחת פון די בליענדע וואוקס פון די מוסדות. ווי אויך וועט דער רבי באזוכן ביים שטח הבני' פונעם בנין ביהמ"ד המפואר דחסידי צאנז אין מאנסי. מיטוואך וועט דער רבי דאווענען שחרית אין היכל הישיבה, און שפעטער דורכ'ן טאג וועט דער רבי באשיינען דער מעמד אבן הפנה פאר די נייע מיידל שולע אין מאנסי, נאכגעפאלגט מיט א באנקעט פאר די נדיבים בעם – בוני בית.

שבת פר' בא וועט דער רבי פראווען פריוואט בבית האכסניא אין מאנסי, און מוצאי שבת וועט פארקומען א גראנדיעזע מלוה ומלכה און באנקעט פאר די תומכי המוסדות וואס ביישטייערן 72 טויזנט דאלאר לטובת די הרחבת גבולי הקדושה פריעקטן פון די צאנזער קהילה אין אמעריקא.

מאנטאג פ' בשלח וועט זיך דער רבי ארויסלאזן אויפ'ן וועג קיין בארא פארק, וואו דער רבי וועט וויילן די קומענדיגע ימות החול ביז שבת. דורכאויס די וואך וועט דער רבי באשיינען א רייע מעמדי קבלת פנים מיט די בני הקהלה און תלמידי המוסדות, און רייכע באנקעטן. די אכסניא וועט זיין אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' יחזקאל ליפשיץ ראש הקהל צאנז בארא פארק. איינע פון די טעג וועט דער רבי באזוכן אין וויליאמסבורג וואו עס וועט פארקומען א מעמד קבלת פנים לכבודו אין דער צאנזער ביהמ"ד אין שטאט.

באזונדער איז געפלאנט דורכאויס די וואך א כינוס נשגב פאר די נשים צדקניות פון די קהלה, וועלכע וועלן זיך צונויפזאמלען און הערן דעם דבר ה' ברמה פונעם רבי'ן שליט"א מיט חיזוק והדרכה ומעשה אשר יעשון.

שבת פר' בשלח וועט דער רבי מעריך זיין דעם שבת מרומם בראש כל קהל חסידיו פון אמעריקע און קאנאדא, אינעם גיגאנטישן "ארמון האטעל" אין קאנעטיקוט, וואס שטייט אונטער'ן אייגנטום פונעם טפסר המרומם ר' מיכל ראזענבערג ראה"ק דק"ק צאנז מאנטרעאל. דער שבת אנטשפרעכט צו זיין א יום שבתון אין לשכוח און הויכפונקט פונעם מסע הקודש, און אצינד רוישן די הכנות אויף אלע פראנטן אנצוגרייטן דעם שבת מיט אלע פרטים.

מוצאי שבת וועט זיך דער רבי שליט"א אהיימקערן למעון קדשו אין ארה"ק, איבערלאזנדיג הויפענס השפעות און התחזקות פאר כל קהלה קדישא עדת חסידיו אין אמעריקע.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"

האד' מבעלזא אפגעראכטן מסיבת שבע ברכות פארן הויז בחור החתן דוד גוטמאן הי"ו