הויפט בלאט באריכט האד' מבעלזא אפגעראכטן מסיבת שבע ברכות פארן הויז בחור החתן דוד גוטמאן הי"ו

האד' מבעלזא אפגעראכטן מסיבת שבע ברכות פארן הויז בחור החתן דוד גוטמאן הי"ו

געשריבן דורך admin123

דינסטאג פ' וארא • כ"ד טבת | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אמ"ש, JDN


פארלאפענעם וואך איז פארגעקומען בביתו נאווה קודש פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א א ספעציעלער שמחת שבע ברכות וואס דער רב שליט"א האט אפגעראכטן לכבודו פונעם הויז בחור החתן דוד גוטמאן הי"ו לרגל שמחת נישואיו למזל טוב, דער חתן, א זון פון הרה"ח ר' העניך גוטמאן הי"ו פון לאנדאן וואס ציילט זיך צווישן די מקורבים אינעם רבינס שטוב, האט געהאט די זכיה משמש צו זיין לפני ולפנים די לעצטע דריי יאר בקודש פנימה און צוגעשטאנען לימין קדשו פונעם רב שליט"א בפרט דורכאויס די שווערע דורכגאנג אינעם מצב הבריאות וואס דער רב שליט"א איז דורך די לעצטע תקופה. דער רב שליט"א האט באשיינט בראש המסובים און זיך געוואשן צום סעודה אינאיינעם מיט בנו הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א און די אייניקלעך, מען האט אויפגעגעבן די מאכלים בעת די קאפעליע האט מהנה געוועהן מיט ניגוני שמחה. נאכן בענטשן האט דער רב שליט"א געזאגט ברכה אחריתה און דערנאך ארויס אין א ריקוד מיטן חתן, מחותנים און זיידעס.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00