מריחוק מקום: האד' מבאבוב-45 אדרעסירט טעלעפאניש אסיפת התעוררות אין ק"ק באבוב-45 לאנדאן

מאנטאג פ' וארא • כ"ג טבת | בחצרות הקודש


דעם זאת חנוכה האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א משמיע געווען דברות קודש ודברי התעוררות דורך א הוקאפ אויפן טעלעפאן צום אסיפת התעוררות וואס איז אפגעהאלטן געווארן אין ק"ק באבוב 45 אין עיר הבירה לאנדאן, אין ליכט פון א שרעקליכן אינצידענט וואס האט זיך אפגעשפילט פארלאפענעם שמחת תורה ווען א ספר תורה איז ליידער אראפגעפאלן אויף דער ערד. די רבי שליט"א האט מיט א געוואלדיגן ערנסטקייט מעורר געווען דעם ציבור מיט פאסיגע דברי מוסר וכיבושין און געפאדערט פון די חסידים זיך פארצונעמען קבלת טובות בעניני תורה ותפילה יעדער כפי ערכו. 

דער רבי האט קובע געווען אז יעדער ראש משפחה זאל זיך אויסלייזן מיט כופר נפש פון לכל הפחות 36 פונט, די ראשי העדה און די וואס האבן צוגעזעהן די שרעקליכע פאסירונג, זאלן זיך אויסלייזן מיט 72 פונט. ביים אסיפה איז אויך געהערט געווארן דברות התעוררות דורך הגה"צ רבי ברוך חנא גרינפעלד דומ"ץ באבוב 45 לאנדאן און פונעם גבאי הביהמ"ד הרב חיים רייכבערג הי"ו.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"