'סאלא קאקאש' אין בעלזא לכבוד הילולא פון הרה"ק רבי אייזיקל קאלובער זי"ע | ווידיאו

מאנטאג פ' ויקרא • ח' אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש

דעם מוצאי שבת נאך הבדלה אינעם גרויסן שטוב אין קרית בעלזא האט כ"ק האדמו"ר מבעלזא שליט"א מכבד געוועהן הרה"ח הישיש ר' מרדכי'לע וועבער שליט"א משב"ק הרה"ק מבעלזא זי"ע צו זינגען דעם באקאנטן ניגון 'סאלא קאקאש' פונעם הייליגן רבי אייזיקל קאלובער זי"ע לרגל די הילולא אור לז' אדר.

ר' מרדכי האט געזינגען דעם ניגון ארגינעל – מיט די אונגארישע ווערטער אויפן נוסח וואס דער קאלובער פלעג זינגען דעם ניגון, מיט געגועים אין כיסופים צו די גאולה שלימה, וואס דער ציבור האט נאכגעזינגען מיט גרויס התעוררות.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"