שיינעם מסיבה חנוכה בבית הרה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער מיט זקני וחשובי חסידי ברסלב

פרייטאג פ' מקץ • ג' טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש

א שיינעם מסיבת חנוכה איז פארגעקומען ליל ו' דחנוכה בביתן נאווה קודש פון הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א אין עיה"ק ירושלים, וואו עס האבן מיסב געוועהן על שולחנו די זקני חסידי ברסלב וחשובי העדה ובראשם הגה"צ רבי משה קרעמער שליט"א ממנהיגי ברסלב.

א לענגערע צייט האט מען געזינגען ניגוני התועררות אין פארברענגט בדברי תורה אין שיינע זכרונות פון אמאליגער ברסלובער חסידים פונעם פריערדיגן דור, צום שלוס האט מען זיך ארויסגעלאזט אין ריקודין של שמחה אין הרה"צ רבי יעקב מאיר האט מאציל געוועהן מברכת קדשו פאר אלע פארזאמלטע.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"