מונטאג פ' בהעלתך – ט"ז סיון תשפ"ג | קול בחצרות
דעם מוצאי שבת נאך הבדלה בחצר הקודש טאהש איז פארגעקומען די שמחת הפארשפיל און מעמד צאתכם לשלום פאר כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א וועלכע לאזט זיך היינט ארויס אויף א מסע קודש צום שטאט טאהש אין אונגארן און וועט פון דארט אפרייזן קיין ארץ ישראל לרגל די חתונה פון א אייניקל.